Hoppa till huvudinnehåll

ייִדיש:


אינפֿאָרמאַציע

מע װעט אויסבויען 2 מײַל גערעלס און 11 נײַע סטאַנציעס אין דער אונטערבאַן. מע דאַרף דאָס טאָן צוליב דעם װאָס שטאָקהאָלם װערט גרעסער. די באַפֿעלקערונג װאַקסט מיט 35000-40000 מענטשן יעדער יאָר.

דער שטאָקהאָלמער פּראָװינץ-אַדמיניסטראַציע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער אויסבויונג אין דער אונטערבאַן.

פֿון אָדענפּלאַן ביז אַרענאַסטאַדען קאָנסטרויִרט מען אַ באַן־ליניע װאָס איז פֿאַרבונדן מיט דער גרינער ליניע בײַ אָדענפּלאַן. די נײַע ליניע, אַ געלע, װעט האָבן דרײַ סטאַנציעס: האַגאַסטאַדען, אַרענאַסטאַדען און אַ סטאַנציע אינעם האַגאַלונדער אינדוסטריע־פּאַרק.

די בלאָע ליניע װעט מען אויסברײטערן פֿון אַקאַלאַ ביז דער באַרקאַבי סטאַנציע. באַרקאַבי סטאַנציע װעט װערן אַ װיכטיקן קנופּ פֿאַר דער איבעריקער עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט־סיסטעם מיט אויטאָבוסן, צופֿאָר־באַנען און דעם מעלאַר־באַן.

מע װעט פֿאַרלענגערן די בלאָע ליניע פֿון קונגסטרעדגאָרדען ביז נאַקאַ און סאָדעראָרט. די ליניע שפּאַלט זיך בײַ דער סטאַנציע סאָפֿיִאַ: אײן גערעלס גײט צו נאַקאַ-צענטער, אײן גערעלס פֿאַרבינדט זיך מיט דער האַגסעטראַ־ליניע.

מע װעט פֿאַרגרעסערן דעם אונטערבאַן-װאָקזאַל אין האָגדאַלען כּדי צו אויפֿהאַלטן און פּאַרקירן די באַנען.

אין משך פֿון דעם װאָס די פּראָװינץ-אַדמיניסטראַציע פֿאַרגרעסערן די אונטערבאַן װעלן די קאָמונעס יערפֿעלאַ, נאַקאַ, סאָלנאַ און שטאָקהאָלם בויען 82000 נײַע װוינונגען בײַ די נײַע רוטעס.

די עקספּאַנסיע איז אַ גרויסע פּראָיעקט, װעט מען אַרבעטן מיט איר במשך פֿון אַ סך יאָר.

קאָנטאַקט

צי האָסטו פֿראַגעס לגבי דער עקספּאַנסיע פֿון דער אונטערבאַן קענסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונגז. דו האָסט דאָס רעכט צו ניצן דײַן אײגענע שפּראַך. שיקט אונדז גערן צו אַ בליצבריװ מיט דײַן קאַנטאַקט-אינפֿאָרמאַציע צו registrator.fut@sll.se. מיר װעלן דיר ענטפֿערן מיט הילף פֿון אַן איבערזעצער.

גוגל טרענסלײט

די אינפֿאָרמאָציע אויף דעם אָ װעבזײַטל קען מען איבערזעצן מיט גוגל טרענסלײט. די טעקסטן װערן אויטאָמאַטיש איבערגעזעצט נאָך דעם װאָס דו האָסט אויסגעקליבן ייִדיש. מיר קענען ניט גאַראַנטירן אַ קאָרעקטע איבערזעצונג. דו קענסט 

געפֿינען גוגל טרענסלײט דאָ